מיר האָבן חתונה!


רײנע און אײַזיק האָבן חתונה!


מיר קוקן אַרױס מיטצוטאַנצן מיט אײַך אױף אונדזער חתונה אין באָסטאָן!



דער לעקעך־און־בראָנפֿן


מיר פֿאַרבעטן אײַך אױף אַ לעקעך־און־בראָנפֿן
שבת צו נאַכטס, דעם 22סטן יוני, פֿון 8 ביז 11 אַ"ז אין אָװנט

מאַדזשיאַנאָס ליטל־איטעלי
4 קאָלאָמבוס עװעניו
באָסטאָן, מאַסאַטשוסעטס 02116




די חופּה און חופּה־װעטשערע


זונטיק, דעם 23סטן יוני 2019
האַלב פֿינעף

דער שטאַטצימער
60 סטײט סטריט, 33סטער גאָרן
באָסטאָן, מאַסאַטשוסעטס 02109

פֿאָרמעלע הלבשה


װײַטער...

אונדזער געשיכטע


Reyna

רײנע־נחמה שעכטער

די כּלה

Isaac

אײַזיק־לײב בלימאַן

דער חתן

דאָס באַקענען זיך

מיר האָבן זיך באַקענט אױף דער ייִדיש־װאָך, אַ װאַקאַציע פֿאַר ייִדיש־רעדערס, אין אױגוסט 2012. רײנע איז געקומען שױן יעדעס יאָר מיט איר משפּחה זינט די קינדער־יאָרן. אײַזיק איז געקומען צום ערשטן מאָל. אין אַ שײנעם אױפֿדערנאַכט האָבן זיך רײנע און אײַזיק געפֿונען אױף דער װעראַנדע, װוּ אַ גרופּע יונגע־לײַט זענען זיך צונױפֿגעקומען נאָך דעם װי דער הױפּט־בנין האָט זיך געהאַט פֿאַרמאַכט. אײנער (אפֿשר רײנעס אַ קוזין) האָט אײַזיקן געפֿרעגט װען ס'איז זײַן געבױרן־טאָג. „דער 13טער פֿעברואַר“ האָט ער געענטפֿערט. רײנע האָט דאָס דערהערט און געענטפֿערט: „מײַן געבױרן־טאָג איז אױך דער 13טער פֿעברואַר!“ מיר בײדע האָבן גערעדט אַ גאַנצע נאַכט, אױף ייִדיש, און זענען געשטאַנען אין קאָנטאַקט דורך דעם גאַנצן יאָר װאָס אײַזיק איז געװען אין אָקספֿאָרד. מיר האָבן זיך געטראָפֿן אין ניו־יאָרק נאָך דעם װאָס מע האָט אײַזיקן אָנגענומען װי אַ דאָקטאָראַנט אין ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט. די ליבע האָט גענומען ברענען אױף דער קומעדיקער ייִדיש־װאָך, האָבן מיר שױן אָנגעהױבן גײן „פֿון דער װײַטנס“ — רײנע אין יײל, אײַזיק אין ען־װײַ־יו. נאָך דעם װאָס רײנע האָט פֿאַרענדיקט דעם אוניװערסיטעט האָבן מיר זיך אין אײנעם אַרײַנגעצױגן אין אַ קלײנער דירה אין ברוקלין.

דאָס בעטן די האַנט

דעם 4טן מײַ 2018 זענען מיר אַרױס אױף װעטשערע אינעם רעסטאָראַן „קאָנטראַ“, װאָס געפֿינט זיך אױף דער איסט־סײַד, כּלומרשט מיט דער כּװנה אָפּצומערקן דאָס, װאָס אײַזיק האָט אַרײַנגעשיקט צו זײַנע פּראָפֿעסאָרן דעם ערשטן אױפֿשװאַרץ פֿון זײַן דיסערטאַציע. נאָך דעם װאָס ס'איז געקומען דער ערשטער גאַנג האָט אײַזיק אַרױסגענומען פֿון זײַן זעקל אַ געלע פּאַפּקע. רײנע האָט נישט פֿאַרשטאַנען פֿאַר װאָס אײַזיק האָט מיטגעבראַכט ביוראָװאַרג אױף װעטשערע. ער האָט איר דערלאַנגט די פּאַפּקע, און אינעװײניק האָט זי געפֿונען די דעדיקאַציע צו דער דיסערטאַציע. „אַ מתּנה מײַן באַשערטער רײנע־נחמה שעכטער. נו...?“ מיט דער פֿראַגע „נו?“ און דעם ענטפֿער „נו־נו“ זענען רײנעס זײדע־באָבע, מרדכי און טשאַרנע, געװאָרן חתן־כּלה. רײנע האָט געענטפֿערט „נו־נו“, און אײַזיק האָט איר אָנגעטאָן דאָס פֿינגערל, װאָס ער האָט געירשנט פֿון זײַן באָבע שױרלי.

לאָגיסטיק


װוּ אײַנצושטײן

אונדזער קאָד צו באַקומען אַ הנחה אינעם האָטעל „הילטאָן באָסטאָן דאַונטאַון/פֿעניעל־האָל“ איז שױן אױסגעגאַנגען, אָבער איר מעגט אַװדאי נאָך אַלץ אײַנשטײן דאָרט.

אַז איר װילט בעסער אײַנשטײן אין אַן אַנדער האָטעל אָדער Airbnb אין באָסטאָן צי אַן אַנדער טײל שטאָט, קען מען לײַכט אָנקומען אין חתונה־זאַל מיט דער אונטערבאַן, טאַקסיס, Uber און Lyft. דער זאַל איז נישט װײַט פֿון די אונטערבאַן־סטאַנציעס State Street MBTA Blue Line MBTA Orange Line (צװײ מינוט צו פֿוס), Government Center MBTA Blue Line MBTA Green Line C MBTA Green Line D MBTA Green Line E (פֿיר מינוט), און Downtown Crossing MBTA Orange Line MBTA Red Line (זיבן מינוט).

אָנקומען און אַרומפֿאָרן

דער פֿאָלקסטראַנספּאָרט אין באָסטאָן איז צװישן די סאַמע בעסטע אין אַמעריקע. אױב איר װילט פֿאָרן מיט דער אונטערבאַן אין משך פֿונעם חתונה־סוף־װאָך עצהן מיר איר זאָלט ניצן Google Maps אױף צו נאַװיגירן. אױב איר װילט פֿאָרן מיט Uber אָדער Lyft קענט איר זיך טײלן מיט אַן אױטאָ מיט אַנדערע מענטשן (pool) און דאָס קומט מיט אַ הנחה. זײַט אָבער װיסן אַז אַ מאָל דאַרף מען גײן צו פֿוס כּדי צו טרעפֿן דעם שאָפֿער אָדער כּדי אָנצוקומען צום ריכטיקן פּונקט נאָכן פֿאָר.

אױב איר קומט צו פֿליִען אין Boston Logan און איר האָט נישט קײן סך פּעק װאָלט איר געקענט פֿאָרן בחינם מיטן אױטאָבוס און זיך איבערזעצן בחינם אױף דער אונטערבאַן בײַ South Station. דאָ קען מען לײענען װעגן דעם. איר קענט אױך אַרײַנפֿאָרן אין שטאָט פֿון פֿליפֿעלד מיט אַ טאַקסי, Uber אָדער Lyft. מיר רעקאָמענדירן איר זאָלט נישט דינגען קײן אױטאָ אין באָסטאָן.

אױב איר װױנט אין צפֿון־מיזרח קענט איר פֿאָרן מיט Amtrak ביז (א) South Station, (ב) North Station אָדער (ג) Back Bay. אױטאָבוסן פֿאָרן אַרײַן אין South Station (די פֿירמעס Greyhound, Peter Pan, Megabus) אָדער אין קײמברידזש (GoBuses). בײדע סטאַנציעס געפֿינען זיך אױף דער רױטער אונטערבאַן־ליניע.

װאָס צו טאָן

װען איר קומט צו פֿאָרן און אױב צײַט דערלאָזט, רעקאָמענדירן מיר די װײַטערדיקע אַקטיװיטעטן:

דרשה־געשאַנק


מיר קוקן אַרױס צו פּראַװען מיט אײַך אונדזער שׂימחה אין באָסטאָן, די שטאָט װאָס איז אין משך פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָר געװען אונדזער הײם. װי טײל פֿון אײַך קערן שױן װיסן, פּלאַנירן מיר זיך צו ציִען קײן בױרקלי, קאַליפֿאָרניע דעם סוף־װאָך נאָך דער חתונה. טאָמער װילט איר אונדז שענקען אַ מתּנה װאָלטן מיר זײער אָפּגעשאַצט אַ טשעק אָדער מתּנה־צערטיפֿיקאַט, װאָס מיר װעלן קענען לײַכט אַריבערטראָגן אױפֿן מערבֿ־ברעג. מיר האָבן זיך אױך רעגיסטרירט אין Bed Bath & Beyond. פֿונעם 16טן יוני אָן װעלן מתּנות פֿון דעם רעגיסטער שױן אָנקומען אױף אונדזער נײַעם אַדרעס אין בױרקלי.


קומט צוריק צום װעבזײַטל!